שפּיציק קרױט
דאָס קרױט הײסט „early Jersey Wakefield cabbage". עס איז זײער שײן און זיס. איך האָב נאָך די פּאַסטע פֿון אינגבער, קנאָבל, און פֿעלד־גליאַנדער פֿון מאַהאַנאַנדי װאָס איך האָב געמאַכט צו צו געבן זו די גרינע אַרבעס, האָב איך געמאַכט אַ סאַלאַט.
קרױט־סאַלאַט מיט אינגבער און קונזשוט
1 פֿונט קרױט, צעשניטן זײער דין
1 רױט פֿעפֿערל, צעשניטן זײער דין
1 לעפֿל גראָבע־זאַלץ
½ טעפּל אינגבער, קנאָבל און פֿעלד־גליאַנדער פּאַסטע
¼ טעפּל טונקעלע קונזשוט־בױמל
2 לעפֿל רײַז־עסיק אָדער עפּל־עסיק
באַזלץ דאָס קרױט און לאָז עס שװיצן אַ האַלבע שעה. קװעטשט'ץ אױס דאָס װאַסער. מישט'ץ אױס די אַנדערע אינגרעדיענטן און גיט'ץ זײ צו צום קרױט. מישט'ץ גוט אױס און לאָז עס זיצן נאָך אַ האַלבע שעה.
קונזשוט
sesame
פֿעלד־גליאַנדער
cilantro
אינגבער
ginger
אַ בעל־הבית איבער אַ העפֿטל קרױט
“a master of a head of cabbage” someone who does not own much at all
Labels: A garden deriv'd and defin'd שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, Yiddish ייִדיש
0 Comments:
Post a Comment
<< Home