Thursday, July 19, 2007

שאָקאָלאַדער זוקיני לעקעך

װען נישט שאָקאָלאַד און זוקיני (Chocolate and Zucchini), װאָלט גאָרנישט געװען אין מױל אַרײַן. קלאָטילדס װוּנדערלעכער בלאָג האָט אינספּירירט טױזענטער צו באַקן, צו בלאָגעװען, און צו טאָן בײדע מיט אַ מאָל. אַזױ גרױס איז געװען איר הצלחה, האָט זי געקאָנט זיך אָפּזאָגן פֿון דער טאָג־אַרבעט זי זאָל קאָנען פֿול־צײַטיק בלאָגעװען, אױף אַלע ייִדן געזאָגט. איצטער קאָן מען קױפֿן איר שײן בוך, װאָס הײסט אױך שאָקאָלאַד און זוקיני, און פֿון דעם האָב איך אַדאַפּטירט דעם רעצעפּט. דער לעקעך איז געשמאַק װי די װעלט, און רעלאַטיװ געזונט.


שאָקאָלאַדער זוקיני לעקעך

2 טעפּלעך מעל

½ טעפּל קאָקאַאָ

1 לעפֿעלע באַק־סאָדע

½ לעפֿעלע באַק־פּודער

½ לעפֿעלע זאַלץ

¼ פֿונט (1/2 טעפּל) פּוטער

1 טעפּל (8 אָנצן) ברױנע צוקער

טעפּלעך (12 אָנץן) צעריבענע קאַבאַטשקעלעך (זוקיני)

7 אָנצן טונקעלער שאָקאָלאַד, צעהאַקט אױף שטיקער (1 טעפּל שאָקאָלאַדער ברעקלעך)

װעראַמט'ץ אָן דעם אױװן אױף 350 גראַד. באַשמירט'ץ אײן אָדער צװײ בעקעלעך מיט פּוטער. מישט'ץ אױס מעל מיט קאָקאַאָ, סאָדע, באַק־פּודער און זאַלץ אין אַ גרױסן שיסל. אין אַ צװײטן שיסל, מישט'ץ אױס פּוטער מיט צוקער. גיט'ץ צו אַ העלפֿט פֿונעם מעל־געמיש, און מישט'ץ גוט אױס. מישט'ץ די צװײטע העלפֿט פֿונעם מעל מיט די שאָקאָלאַדע ברעקלעך און זוקיני, און מישט'ץ אַלץ גוט אױס און גיסט'ץ דאָס טײג אַרײַן אין די בעקעלעך. באַקט 40 צי 50 מינוט.

Labels: ,

3 Comments:

Anonymous Anonymous said...

We have no idea what you wrote about the cake, but can we have some? Our tails are wagging!!

2:27 AM  
Anonymous Anonymous said...

איך שאצ אָפ זייער אַז דו האָסט געמאַכט דעם שיינעם טאָרט פֿאַר אונדז, מרת שאָקאָלאַד

מיר װעלן בענקן נאָך אונדזער שיינער ייִדישער סביבה.

8:23 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

max et al,
so glad you like it. Please have some.

nomi,
און איך װעל בענקען נאָך אײַך,טײַערע

9:44 AM  

Post a Comment

<< Home