Thursday, August 02, 2007

אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון קרעקערס

אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון קרעקערס“, האָט געזאָגט נחום סטוטשקאָװ, דער װוּנדערלעכער ייִדיש לעקסיקאָגראַף, דראַמאַטורג, און קרעקער־רעקלאַמירער, אין אײנע פֿון זײַנע ראַדיאָ־רעקלאַמעס פֿאַר מאַנישעװיץ „טעם־טעם“ קרעקערס. אױסן איז סטוטשקאָװ געװען אַז טעם־טעם קרעקערס האָבן אַלע מעלות, אָדער װי ער האָט געזאָגט בזה־הלשון „אַ טאָפּלטן מאַגנעט׃ אַ ייִחוס אַ ייִדישן און אַ דערציִיונג אַן אַמעריקאַנער“ פּונקט װי די צוהערערס אַלײן!

ביז הײַנט־צו־טאָג דערמאָן איך זיך אין דעם מאַעסטראָ װען נאָר איך עס קרעקערס און אַל־אחת־כּמה־וכּמה װען איך באַק אַלײן די אײגענע הײמישע קרעקערס.

די װאָך האָב איך געמאַכט „רעדזשוּװעלעק“, דאָס הײסט, װאַסער אין װעלכן מע האָט אײַנגעװײקט די שױן אױפֿגעשפּראָצענע קערנדלעך פֿון קאָרן. אַז איך האָב שױן געמאַכט די רעדזשוּװעלעק, זענען מיר געבליבן די קערנדלעך. האָב איך זײ אױסגעמישט מיט לײַנזױמען, זאַלץ און אַ ביסל קימל, גוט אױסגעבאַקן, און שױן! אַזױנע קרעקערלעך האָט נישט געזען די װעלט!

ביסקװיט (קרעקערס) פֿון קאָרן און לײַנזױמען

½ טעפּל קאָרן

2 לעפֿל לײַנזױמען, אײַנגעװײקט אין 2 לעפֿל װאַסער

1 לעפֿעלע זאַלץ

½ לעפֿעלע קימל

מאַכט'ץ דעם רעדזשוּװעלעק׃
װײקט'ץ אײַן דעם קאָרן אין װאַסער אױף 12 שעה. גיסט'ץ אַרױס דאָס װאַסער און לײגט"ץ די קערנדלעך אַװעק אױף אַ טעצעלע
אױף נאַסע סערװעטקעלעך. לאָזט'צ זײ דאָרטן ליגן אַ טאָג־דרײַ, און באָד זײ אָפּ דרײַ מאָל אַ טאָג, זײ זאָלן זיך נישט אױסװײקן. זײ זענע גרײ װען זײ האָבן עקעלעך לאַנג אַ פֿערטל צאָל (1/2 צענטאימעטער). לײגט'ץ זײ אַרײַן אין אַ סלױ און גיסט'ץ אײַן 4 טעפּלעך װאַסער. שטעל אַװעק דעם סלױ אין אַ װאַרעמען אָרט אױף 12 שעה און אָט האָט עץ רעדזשוּװעלעק.

מאכט'ץ די קרעקערס׃
נאָך דעם װאָס עץ האָט'ץ אדורכגעזײַעט דעם רעדזשוּװעלעק, מאָלט'ץ אָפּ די קאָרן־קערנדלעך מיט די לײַנזױמען, זאַלץ , און 2 לעפֿל פֿונעם רעדזשוּװעלעק. מישט'ץ אַרײַן דעם קימל. צעשמירט'ץ דאָס טײג אױף אַ באַק־ברײטל עס זאָל זײַן דיק 1/8 צאָל (1/4 צענטימעטער). באַק אױף 350 (מאַרק 4) אַ צװאַנציק מינוט.

קרעקער, ביסקװיט, פּלעצל
crackers

קאָרן
rye

לײַנזױמען
Flax seeds, linseeds

קרעקער־רעקלאַמירער
Cracker-spokesperson

אַל־אחת־כּמה־וכּמה
Most certainly

Labels: , , ,

2 Comments:

Blogger The W said...

I like this blog a lot.

Check out my Yiddish blog:

http://theyouthwillsleepnolonger.blogspot.com/

4:43 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

w,
thanks

10:35 PM  

Post a Comment

<< Home