Sunday, December 02, 2007

Vodka Piecrust טײג מיט װאָדקע


צי מאַכן אַלע שױן טײג מיט װאָדקע? איך האָב דאָס געפּרוּװט צום ערשטן מאָל דעם דאַנקטאָג. איך האָב געלײענט װעגן דעם טײג אין „קעכינס“ און זינט דעמאָלט האָב איך עס געמאַכט נאָך צװײ מאָל. דער תּירוץ איז אַז װאָדקע מאַכט אַ טײג װאָס איז װײכערער װי אַ טײג געמאַכט סתּם פֿון װאַסער װײַל אַלקאָהאָל אַקטיװיזירט נישט דעם פּראָטײיִן אָדער „גלוטן“ אין מעל. אַז דער טײג אַלײן איז װײכער בין איך נישט זיכער, אָבער אַ סך גרינגער אױסצוקאַטשערן איז ער יאָ. איך האָב געמאַכט פּאַרעװער טײג, מילכיקער טײג, און אַ ראַזעװער טײג אױך.

אַ פּאַרעװער טײג מיט געלקלעך

3 טעפּלעך (12 אָנצן) מעל

1 לעפֿעלע זאַלץ

8 אָנצן (1 טעפּל) קאָקאָנוס שמאַלץ

3 געלקלעך

2 לעפֿל װאָדקע

מישט'ץ אױס מעל מיט זאַלץ. צעשנײַדט'ץ פּוטער אױף שטיקער און מישט'ץ מיט מעל אָדער מיט איד פֿינגער אָדער אין אַ פּראָצעסירער, עס זאָל בלײַבן אַ ביסל גראָב. גיסט'ץ די געלקלעך אָן אין אַ מאָסגלעזל און גיט'ץ צו די װאָדקע, און װאַסער ביז ½ טעפּל (אַן ערך 2 לעפֿל װאַסער). מישט'ץ אױס דעם טײג מיט אַ גאָפּל. מאַכט'ץ צװײ טײגלעך, װיקל זײ אײַן אין, און קיל זײ אָפּ אין לאָדאָװע אַ 20 מינוט. קאַטשערט'ץ אױס דעם טײג אױף 1/8 צאָל צו מאַכן פּײַ, פּײַעלעך און אַנדערע געבעקס, אַזױ װי דער הײמישער סקאָװראָדע־פּײַ אונטן.

אַ הײמישער פּײַ אין אַ סקאָװראָדע

דעם פּײַ קענט עץ מאַכן אָדער מיט אַ העלפֿט פֿונעם אױבנדיקן רעצעפּט, אָדער מיט די שטיקלעך װאָס בלײַבן פֿון אַנדערע פּײַ.

7-10 עפּל אָדער באַרענעס

2 לעפֿל קאָקאָנוס שמאַלץ אָדער פּוטער

½ טעפּל ברױנער צוקער, אָדער אַנדערער צוקער

שײלט'ץ אָפּ די עפּל אָדער באַרענעס, און צעשנײַדט'ץ זײ אױף שטיקער. װעראַמט'ץ אָן פּוטער אין אַן אײַזערנע סקאָװראָדע װאָס איז גענוג גרױס (9 אָדער 10 צאָל), און גיט'ץ צו צוקער און די עפּל אָדער באַרענע שטיקער. קאָכט'ץ און מישט'ץ זײ זאָלן זיך גוט קאַראַמעליזירן. לאָז זײ זיך אָפּקילן און װאַרעמט אָן דעם אױװן אױף 425 גראַד. דעקט'ץ צו די עפּל אָדער באַרענעס מיט אַן אױסגעקאַטשעטרט טײגל אָדער מיט איבערגעבליבענע שטיקלעך טײג, און נאָך אַ ביסל צוקער. באַקט אָפּ דעם פּײַ 20 אָדער 25 מינוט.


So, has everyone been making piecrust with vodka? I tried to for the first time this Thanksgiving, and twice since then. The idea, introduced in Cook’s Illustrated, is that the vodka does not activate the gluten in flour and therefore produces a more tender crust. I am not sure the crust is discernibly tenderer than my usual piecrust, but it is worth trying only because it is so much fun to handle. It really does roll out like play-doh. I have not yet tried the recipe in Cooks, but I have tried vodka in my usual piecrust, a whole wheat crust, and this:

Coconut Oil Piecrust

Here’s the best dairy-free piecrust I’ve made so far. I added extra yolks to the dough to provide a bit of butteryness.

12 ounces (3 cups) flour

8 ounces (1 cup) coconut oil

1 teaspoon salt

3 yolks

2 tablespoons vodka

Blend the coconut oil and salt into the flour. You can use your fingers, a pastry blender, or a processor. Place the yolks in a measuring glass. Add the vodka, and enough water to come up to the half-cup line (about two tablespoons water). Mix the yolk-water into the flour with a fork so that it just holds together. Form two dough balls and chill them for twenty minutes. Roll the piecrust into circles 1/8 inch thick for pies, tarts, or this thing:

Skillet Pie (Buckle or Slump)

7-10 apples or pears

2 tablespoons coconut oil (or butter for a milkhik pie)

½ cup brown sugar, or other sugar

Peel the apples or pears and cut them into pieces. Melt the butter in a 9 or 10-inch iron skillet. Add the fruit and sugar and cook until the juices thicken a bit. Allow the filling to cool, and heat the oven to 425. Cover the skillet with a circle of rolled dough, or with pieces of leftover dough scraps from dome other pie. If you like, sprinkle on a bit more sugar. Bake 20 or 25 minutes.

Labels: ,

1 Comments:

Anonymous Rich said...

Appreeciate your blog post

3:50 PM  

Post a Comment

<< Home