Friday, May 22, 2009

װעגאַנער קעזטאָרט פֿון פֿיסטאַשקעס


שאָקאָלאַדער טײג פֿאַר קעז־טאָרט אָדער המנטאַשן

8 אָנצן (2 טעפּלעך) מעל
1/2 טעפּל קאַקאַאָ
1 טעפּל פּולװער־צוקער
8 אָנצן (1 טעפּל) קאָקאָנוס פּוטער
זאַלץ אױפֿן שפּיץ מעסער

װאַרעמט אָן דעם אױװן אױף 325

מישט אױס מעל, קאַקאַאָ, און צוקער אין אַ פּראָצעסירער. גיט צו קאַלטע קאָקאָנוס פּוטער, זעשניטן אױף שטיקלעך, און מישט גוט אױס, עס זאָל װערטן אַ טײג.

באַקט עס אָפּ אַ 25 מינוט. דאָס מאַכט 3 טײגעלעך פֿון 6 זאָל, אָדער 50 קיכעלעך.

װעגאַנער קעזטאָרט פֿון פֿיסטאַשקעס

2 טעפּלעך פֿיסטאַשקעס

1 טעפּל מאַנדלען

¾ טעפּל האָניק

½ לעפֿעלע זאַלץ

¼ טעפּל קאָקאָנוס שמאַלץ (קאָקאָנוס בױמל, קאָקאָנוס פּוטער)

4 לעפֿל אַגאַר (קאַנטען)

װײקט אײַן די ניס אין װאַסער אײן נאַכט. גיסט אױס דאָס װאַסער. מאָלט אָפּ די ניס מיט 2 טעפּלעך פֿרישע װאַסער, האָניק, און זאַלץ. קאָכט דאָס געמיש אין אַ טאָפּ מיטן אַגאַר דער אַגאַר זאָל צעגײן. גיסט אײַן אין 2 טאָרט־פֿענדלעך פֿון 6 צאָל, און קילט עס אָפּ.


This recipe appears in English here.

2 Comments:

Anonymous avishay said...

can you give the recipe in english?

4:23 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

See today's post!

9:29 PM  

Post a Comment

<< Home