Sunday, February 18, 2007

ד“ר מרדכי שעכטער, ז“ל

ד“ר מרדכי שעכטער, ז“ל, דער לערער און רבי פֿון כּמעט אַלע ייִדיש לערערס, איז אַװעק. איך קען אײַך װײניק זאָגן װעגן ד“ר שעכטער װאָס איר האָט נאָך נישט געהערט שױן עטלעכע מאָל, אָבער איך װאָלט זײער געװאָלט דערמאָנען אײן טאָג אין קלאַס בײַ ד“ר שעכטערן.

מיט צען יאָר צוריק בין איך געװען אַ סטודענטקע אין דער ייִװאָ זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור, און קולטור אין נאָמען אוריאל װײַנרײַך. די פֿון אײַך װאָס האָבן זיך באַטײליקט אין דער פּראָגראַם װײסן שױן אַז די סטודענטן אַרבעטן פֿיל און שלאָפֿן װײניק. אַלע האָבן אַרײַנגעבראַכט טעפּלעך קאַװע אין קלאַס.

אײן טאָג, האָב איך זיך געיאָגט אין קלאַס און איך בין געפֿאַלן אױף דער גאַס און אױסגעגאָסן האָב איך מײַן קאַװע אױפֿן טראָטואַר. איך האָב זיך געפֿילט אַזױ װי דאָס בלוט פֿונעם אײגענעם האַרצ גיסט זיך אױס אױף דער גאַס. קײן צײַט צו קױפֿן אַ נײַע איז נישט געװען. איצטער איז עס מיר שװער צו געדענקען װי װיכטיק די קאַװע איז מיר דעמאָלט געװען, אָבער איך געדענק אַז איך האָב זיך צעװײנט. איך בין אַרײַן אין קלאַס אַ װײנענדיקע, קװעטשנדיק נאָך דאָס לײדיקע טעפּל אין די הענט.

„װאָס איז געשען?“ האָט ד“ר שעכטער אַ פֿרעג געטאָן.

„איך האָב אױסגעגאָסן מײַן קאַװע אױף דער גאַס!“ האָב איך אױסגעכליפּעט.

זײער אַ רויִקער, האָט ד“ר שעכטער געזאָגט, „גיט אַהער דאָס טעפּל.“

ער האָט גענומען מײַן טעפּל און אײַנגעגאָסן אין אים אַ ביסל פֿון זײַן קאַװע. נאָך דעם, האָט ער דערלאַנגט דאָס טעפּל דעם סטודענט װאָס איז געזעסן אױף זײַן רעכטער זײַט, און דער סטודענט האָט אױך אײַנגעגאָסן אַ ביסל פֿון זײַן קאַװע אין טעפּל אַרײַן, און דערלאַנגט דאָס טעפּל דעם נעקסטן סטודענט, און אַזױ װײַטער. אַלע אין קלאַס האָבן מיר אײַנגעגאָסן אַ ביסל פֿון זײער קאַװע איך זאָל האָבן כּמעט אַ פֿול טעפּל. דאָס האַרץ איז אין מיר צעגאַנגען פֿון נחת. איך דערמאָן זיך אַלעמאָל אין דעם קלאַס װען איך טראַכט װעגן װאָס פֿאַר אַ לערער איך האָף צו װערן און װאָס פֿאַר אַ מענטש איך האָף צו זײַן.

זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן. כּבֿוד זײַן אָנדענק.

,



1 Comments:

Anonymous Anonymous said...

זייער שיין.
א הארציגע יישר כח אייך!

7:48 PM  

Post a Comment

<< Home