Wednesday, February 21, 2007

בױמל־ברױט

דעם רעצעפּט האָב איך באַאַרבעט פֿון דער איטאַליענער בעקער פֿון קערל פֿילד(adapted from The Italian Baker by Carol Field), זײער אַ גוט און נוצלעך בוך. עס איז אַ געשמאַק ברױט מיט אַ האַרטע סקאָרע. אױב עץ האָט'ץ גענוג צײַט דאָס טײג זאָל צװײ מאָל זיצן, איז עס רעלאַטיװ גרינג צו מאַכן. דעם אָריגינעלן רעצעפּט מאַכט מען מיט מאַסלינע בױמל און סאַלע. איכהאָב גענוצט מאַסלינע בױמל און פּוטער, און מען קאָן זיך אױך באַגײן מיט בױמל אַלײן.

בױמל־ברױט

1 קאָנװערטקעלע הײװן

1 ¼ טעפּל װאַרעמע װאַסער

3 לעפֿל מאַסלינע בױמל

1 לעפֿל פּוטער

1 לעפֿל זאַלץ

4 טעפּלעך (1 פֿונט אָדער מער) מעל

נאָך בױמל

גראָבע זאַלץ

מישט'ץ דעם הײװן אױס מיט װאַסער. נאָך דעם גיט'ץ צו בױמל, פּוטער, און זאַלץ און מישט'ץ גוט אױס. נאָך דעם גיט'ץ צו מעל און מישט'ץ און קנײט'ץ אָדער מיט די הענט אָדער אין אַ מיש־מאַשינדל 10 מינוט. דאָס טײג װעט זײַן זײער װײך און רײַך. לײגט'ץ דאָס טײג אין אַ שיסל מיט אַ ביסל בױמל עס זאָל זױערן אַן ערך 2 שעה (אָדער שטעל עס אין לאָדאָװע איבערנאַכט). נאָך דעם װאָס דאָס טײג איז שױנ צװײ מאָל אַזױ גרױס, מאַכט'ץ 14 קלײנע באַלאַכלעך. לײגט'ץ זײ אױפֿן באַקברײטל–מאַכט'ץ 2 מאַרגעריטקעלעך אָדער מגן־דודלעך, און לאָזט'ץ זײ זיצן נאָך אַ שעה צװײ. װאַרעמט'ץ אָן דעם אױװן אױף 400 גראַד. באַשמיר די בולקעלעך מיט בױמל און באַשיט זײ מיט גראָבע ימזאַלץ. װאָס גרעבער, אַלץ בעסער. באַקט'ץ די בולקעלעך אַן ערך 40 מינוט. כאָטש די בולקעלעך האָבן שױן אַ סך פֿעץ, װערן זײ אַפֿילו געשמאַקער װען זײ װערן באַשמירט מיט פּוטער.

0 Comments:

Post a Comment

<< Home