Monday, February 26, 2007

קאָנאָפּליע־קנײדלעך

קאָנאָפּליע־קנײדלעך

פֿאַר שאָשקע־רײזלען, מיט ליבע ♥

2 אײער

½ טעפּל געבראָטענע קאָנאָפּליעס (2 אָנצן)

½ טעפּל אָפּגעמאָלענע, געבראָטענע װעלשענע ניס (2 אָנצן)

2 לעפֿל קאָקאָנוס שמאַלץ (1 אָנץ)

זאַלץ און פֿעפֿער צום טעם

צעשלאָגט'ץ די אײער און גיט'ץ צו קאָנאָפּליעס, ניס, שמאַלץ, זאַלץ, און פֿעפֿער. עס װעט אױסזען זײער לױז. שטעלט'ץ דאָס טײג אין לאָדאָװע איבערנאַכט. מאַכט'ץ באַלעכלעך װי אַ נוס גרױס. קאָכט'ץ זײ אָפּ אין הײסע, געזאָלצענע װאַסער אַן ערעך 40 מינוט. דאָס מאָל האָב איך פֿאַר זײ געמאַכט אַ מיסאָ־אינגבער יױך

מיסאָ־אינגבער יױך

צו אײן טעפּל װאַסער גיט'ץ צו׃

1 לעפֿל מילד װײַס מיסאָ

1 לעפֿעלע קונזשוט (סעזאַם) בױמל

1 לעפֿעלע שױו (אָדער אַנדערע סױאַ סאָס)

פֿריש־געריבענע אינגבער

פֿעפֿער סאָס לױטן טעם

פֿעלד־גליאַנדער בלעטלעך

מישט'ץ אױס דאָס מיסאָ מיט די אַנדערע אינגרעדיענטן און גיסט'ץ אַרײַן הײסע װאַסער.

פֿעלד־גליאַנדער בלעטלעך
Cilantro leaves

די קאָנאָפּליע
Hemp

די קאָנאָפּליעס
Hemp seeds


Labels:

0 Comments:

Post a Comment

<< Home