ברוך שגמלני כּל טובֿ
ערבֿ־שבת פֿאַר שבֿועות בין איך געפֿאָרן מיטַן װעלאָ אױף דער 4טער עװעניו. געפֿאָרן בין איך אַן אומשולדיע, אַ תּמימותדיקע, אין מאַרק אַרײַן, אײַנצוקױפֿן גרינסן אױף שבת און יום־טובֿ. אַ פֿרױ האָט אין מיטן גאַס זײער פּלוצעם געעפֿנט די טיר פֿון אַן אױטאָ און מיר אַ שװערן זעץ געטאָן. די טיר האָט מיך אַ קראַך געטאָן, געפֿלױגן בין איך און מיטן קאָפּ אַ זװאָך געמאַכט אױף דער גאַס. אַ דאַנק דעם אײבערשטן האָב איך געהאַט אױפֿן קאָפּ מײַן קאַסקעט.
אַלע האָבן זיך געפֿירט ריכטיק (נישט קוקנדיק אױף דעם װאָס זײ האָבן מיך כּמעט איבערגעפּעקלט אױף יענער װעלט) סײַ די פֿרױ, סײַ דער שאָפֿיאָר, האָבן געװאַרט מיט מיר אױף די פּאָליצײ און אַמבולאַנס־לײַט, און נאָך אַ ביסל צײַט בין איך ברוך־השם גרײט אַהײמצוגײן אױף די אײגענע פֿיסעלעך, און אַפֿילו אײַנצוקױפֿן די נײטיקע זאַכן אױף שבת. ברוך הגומל להיבֿים טובֿות שגמלני כּל טובֿ. איך בעט בײַ ענק עץ זאָלט'ץ אַלעמאָל טראָגן די קאַסקעטן, און די װאָס פֿירן זאָלן אַרױסלאָזן מענטשן בײַם טראַטואַר אין נישט אין מיטן גאַס, און אַלע זאָלן אַ קוק טאָן אײדער מען עפֿנט די טיר.
Labels: On two wheels ייִדן און װעלאָסיפּעדיסטן, Yiddish ייִדיש